עונג-גוט שבת אפליקאציע בויגן
  די עונג שבת און די גוט שבת זענען הערליכע וועכענטליכע גליונות קונטרסים אויסגעשטעלט מיט אן אייגענארטיגע אויסשטעל און א רייכע תוכן. עס אנהאלט די סאמע שענסטע גליונות וואס ערשיינען אויפן היימישן שטייגער, אין צוגאב זענען דא דערין עטליכע גליונות און ארטיקלן מיוחד נאר פאר די קונטריסים. עס ווערט געלייגט א דגוש אז עס זאל זיין א כרכא דכולה ביה, עס זאל האבן אלעס וואס פעהלט זיך אויס פאר א שבת טיש. דברי תורה, הלכות, סיפורי צדיקים, עניניא דיומא, אינטערסאנטע ענינים, ועוד. ועל כולם אז די חומר זאל זיין ריין ערליך און אויסגעהאלטן, פאסיג פארן היימישן ציבור.
  אויף דעם בלאט קענט איר זיך איינשרייבן ארויפצוגיין אויף די אימעיל ליסטע צו באקומען די קונטריסים וועכנטליך. ביטע נעמט א מינוט איבערצוליינען די דעטאלן און אויסצופילן די אינפארמאציע.
  א פארזיכערטע עונג שבת!
Sign in to Google to save your progress. Learn more
דער אימעיל סיסטעם

- די קונטריסים ווערן ארויסגעשיקט יעדן פרייטאג פארטאגס, אין צוויי פארמאטן, איינס מיט איינצעלנע עמודים, די צווייטע מיט צוויי עמודים אויף א בלאט, אויסגעשטעלט ווי א קונטרס.

- אזוי ווי די פיילס זענען געווענליך גרעסער פון וויפיל עס איז מעגליך צו שיקן דורך א געווענליכע אימעיל, ווערן זיי דעריבער אפלאודעד צו "גוגל דרייוו", און איר וועט ערהאלטן אן אימעיל מיט די לינק דאס צו קענען דאונלאודן.

- די לינק איז באגרעניצט בלויז צו אונזערע סובסקרייבערס און וועט בלויז ארבעטן אויב איר זענט דאן אריינגעסיינט צו Gmail, מיט די זעלבע אדרעס צו וועלכן מיר שיקן דעם לינק.

- איידער איר שרייבט זיך איין, מאכט זיכער אז אייער פילטער קאמפאני גיבט אייך צוטריט צו גוגל דרייוו, און ביים איינשרייבן גיבט אונז בלויז א Gmail אדרעס.

- די קונטריסים וועלן בלייבן אויפן סיסטעם א לענגערע צייט, לויט וויפיל פלאץ גוגל דרייוו וועט ערמעגליכן.

- איר קענט סעיוון די קונטריסים אויף אייער קאמפיוטער, יו.עס.בי. וכו' אויף שפעטערע זמנים, אבער נאר אויב דאס איז א פריוואטע דעווייס צו וועלכע פרעמדע האבן נישט קיין צוטריט (צב"ש נישט אויף קיין אפיס קאמפיוטער וכדו').

- ווי פארשטענדליך איז נישט ערלויבט ווייטער צו שיקן די קונטריסים פאר סיי וועמען, אויף סיי וועלכע אופן.

פרייזן

- די פרייז פאר'ן קונטרס איז $1.50 ארויסצודרוקן איין קונטרס. ימים טובים ערשיינען מיר מיט א פארברייטערטע קונטרס און די פרייז איז $4.50 (צווייטע טעג פסח וסוכות - $3.00).

-  פאר די משפחה אין שטוב איז ערלויבט ארויסצודרוקן נאך איין קונטרס אומזיסט. דאס איז אבער נישט כולל קיין פארהייראטע קינדער און אודאי נישט קיין פרעמדע.

- צו דרוקן מער ווי צוויי קונטרסים, אדער ארויסצודרוקן פאר א צווייטן, איז דאס נאך $1.50 פאר יעדן קונטרס. דאס אויך נוגע אויף קונטריסים וואס מען דרוקט ארויס אין א שפעטערע זמן אפילו בלויז פאר זיך.

-  אויף ארויסדרוקן מערערע קונטריסים פאר א שמחה, שבת התוועדות וכדו' האבן מיר ספעציעלע פרייזן, מיר קענען אייך אויך צושטעלן א ספעציעלן שער-בלאט מיט די לאגא און פרטים. פאר דעטאלן ביטע זיך פארבינדן מיטן מערכת.

- איר קענט אויך ארויסדרוקן די קונטריסים אויף ווייטער צו פארקויפן, איר דארפט אבער קודם זיך פארבינדן מיט אונז.
איינשרייבן
- ביים איינשרייבן צאלט מען פאראויס $105 וואס דאס דעקט ארום א יאר (געוואנדן לויט וויפיל קונטריסים עס ערשיינט יענע יאר)

- מיר געבן נישט קיין ריפאנד אדער קרעדיט אויף וואכן וואס איז נישט דאונלאודעד געווארן, ווי אויך וועלן מיר נישט איבערשיקן אלטע קונטריסים נאך וואס עס איז שוין אראפגענומען געווארן פונעם סיסטעם.
ביטע פילט אויס פולקאם די פאלגנדע פרטים:
פולע נאמען *
סעל: *
שטאט *
אימעיל אדרעס (נאר א gmail אדרעס) *
איך וויל באקומען די: *
וועהלט אויס איינס (די עונג שבת אנהאלט די גליון 'שולחן מלכים' און איז צוגעשטעלט לויט די לומדי יסודי התורה, די גוט שבת אנהאלט די גליון 'אז תתענג' און איז צוגעשטעלט לויט די לומדי זכרו)
אנגעהויבן פון פרשת: *
Next
Clear form
Never submit passwords through Google Forms.
This content is neither created nor endorsed by Google. Report Abuse - Terms of Service - Privacy Policy